Kik vinkel 20170517 @mm

16 pages
0 downs
33 views

Extension: PDF

Please download to get full document.

View again

of 16
All materials on our website are shared by users. If you have any questions about copyright issues, please report us to resolve them. We are always happy to assist you.
Share
Description
May 17 2017#58‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫כ א אייר תשע ז‬T: 718-713-8225 F: 718-747-8393…
Transcript
May 17 2017#58‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫כ"א אייר תשע"ז‬T: 718-713-8225 F: 718-747-8393 Mail@KVinkel.com‫בס"ד‬‫בארא פארק‬‫קומענדיגן‬ ‫קוק ווינקל‬ ‫מיטוואך במדבר‬ ‫כ"ח אייר‬ 5/24/2017‫אינפארמאציע‬‫דעה‬‫בית המדרש‬‫היסטאריע‬‫קלאסיפייד‬‫טעכנעלאגיע‬‫קהילות‬‫נייעס‬‫בס"ד‬Things happen...Boruch Bloch1 2 6 8 3 8 T H S T R E E T, B R O O K LY N N Y 718-851-1515 / 718-438-4444 E X P E R TI N S U R A N C EC L A I Mformerly from Culver Auto BodyT E A M !24 HOUR TOWING | IMMEDIATE VEHICLE REPLACEMENTStamps Stamps For For Less Less Text347.414.2184Text: 347.414.2184 https://telegram.me/Publications MM‫‪2‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫‪718-713-8225‬‬‫קהילות‬‫‪Photo Credit: JDN‬‬‫כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א ביי סעודת רעוא‬ ‫דרעוין מוצש"ק אין לאנדאן‪.‬‬‫ל"ג בעומר בחצר הקודש תולדות אהרן‪.‬‬‫הונדערטער טויזענטער אידן זענען פוקד דעם ציון‬ ‫הק' פון רשב"י אום ל"ג בעומר אין אתרא קדישא‬ ‫מירון‪.‬‬ ‫יובל החמישים צום התייסדות פון בית המדרש‬ ‫אלעסק‪.‬‬ ‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫באקומט 'קוק ווינקל' אין אימעיל‬ ‫‪Subscribe@kvinkel.com‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫‪718-713-8225‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫‪3‬‬‫בס"ד‬‫‪ 4‬שעה פון נגינה‬ ‫א הערליכן אוצר ערשיינט‬ ‫ספעציעל לכבוד דעם הייעריגע ראפעל‬‫סעודת הודאה‬ ‫אין סקולען‬‫‪TH C‬‬ ‫‪IS D dea‬‬ ‫‪SU dline‬‬ ‫‪ND :‬‬ ‫‪AY‬‬‫‪EARLY BIRD FREE GIFT‬‬‫שנת תשע״ו לפ״ק‬‫געשפילט דורכן באוויסטער בעל מנגן‪ ,‬בנש''ק‬‫ר' מאיר אדלער הי''ו‬‫מיט אן הערליכן קאר דורך היימישע יונגעלייט‪,‬‬ ‫און ובראשם דער באקאנטער משורר‪,‬‬‫ר' יששכר גוטמאן הי''ו‬‫‪E-MAIL‬‬‫‪at the‬‬ ‫‪lowest cost‬‬‫‪WEB:‬‬‫‪Moshe Preizler‬‬ ‫‪Founder & CEO‬‬‫‪Sponsored by:‬‬‫‪Payments‬‬ ‫‪made simple‬‬‫‪888.877.VISA‬‬ ‫‪info@americardpayment.org‬‬ ‫‪www.americardpayment.com‬‬‫‪PHONE‬‬‫כשהראו העסקנים ה׳סידי׳‬ ‫שמו''ל לכבוד הראפעל‬‫לכ''ק מרן אדמו''ר מסקולען שליט''א‬ ‫נשיא המוסדות האציל את ברכתו בזה''ל‬‫״די אויבערשטער זאל‬ ‫העלפען עס זאל אריינברענגן‬ ‫אין אידען יראת שמים‬ ‫און אהבת ה'״‬‫קויפט דעם‬ ‫חסד לאברהם ראפעל בעפאר‬‫זונטאג כ״ה אייר‬ ‫און באקומט במתנה דעם‬‫הערליכן ‪MP3‬‬‫‪Buy your raffle Before‬‬‫‪Sunday, May 21st‬‬‫‪and receive an‬‬‫‪Inspiring MP3 #7‬‬‫ניגוני סקולען ‪of selected‬‬‫די ראפעל וועט פארקומען זונטאג נשא‪ ,‬למס׳ ‪May 28th‬‬‫צו קויפן דעם ראפעל רופט אין אונזער אפיס‪:‬‬‫‪Tel: 718-972-6390‬‬‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫‪4‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫‪718-713-8225‬‬‫נייעס‬‫ל"ג בעומר בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק‪.‬‬‫יונייטעד עירליינס עוואקואירט פליגער‬ ‫שוין צום צווייטן מאל‬ ‫צוליב א גיפטיגער סארט עגדיס‬ ‫יונייטעד לופטליניע איז לעצטנס געווען אין די נייעס‬ ‫צוליב די ברוטאלע באנעמונג מיטן אראפשטויסן א‬ ‫פאסאנדזשיר פון די פליגער‪ ,‬צוליב וואס זיי האבן‬ ‫פארמאגט צופיל רעזערוואציעס פארקויפט מער‬ ‫טיקעטס וויפיל פלאץ די פליגער האט פארמאגט‪.‬‬ ‫די וואך איז יונייטעד נאכאמאל געווען אין די נייעס‪,‬‬ ‫ווען זי האט געמוזט עוואקואירן א פליגער אנגעפולט‬ ‫מיט מענטשן צוליב וואס מען האט געפונען א גיפטיגע‬ ‫קריכעדיגס צווישן די זיצן אין די פליגער‪.‬‬ ‫די פליגער מאנשאפט אויפן וועג קיין יוסטאן‪ ,‬האט‬ ‫עוואקואירט די פאסאדזשירן צו א אנדערע פליגער‪,‬‬ ‫ווען מען האט אפגעפונען א "סקארפיאן" וואס איז‬ ‫געקראכן אונטער די זיצן‪.‬‬ ‫פאראמעדיקס האבן אונטערזיכט אלע פאסאדזשירן‬ ‫נעבן די זיצן ווי מען האט געפונען די באשעפעניש‪ ,‬צו‬ ‫זען אויב זיי זענען מעגליך געשטאכן געווארן‪.‬‬ ‫יונייטעד האט באצאלט א נאכטמאל פאר אלע‬ ‫פאסאדזשירן וואס האבן געדארפט ווארטן עטליכע‬ ‫שטונדן ווילאנג מען האט איבערגעפאקט אלע זייערע‬ ‫רענצלעך צו די אנדערע פליגער‪ ,‬קענענדיג פארן‬ ‫ווייטער‪.‬‬ ‫די געשיכטע האט פאסירט א מאנאט נאכדעם וואס‬ ‫א מאן איז געביסן געווארן דורך די זעלבע סארט חיה‪,‬‬ ‫אויף א אנדערע פליגער פון יונייטעד‪ ,‬וועלכע האט‬ ‫קאמענטירט אז זיי קוקן אריין וואס דאס קען מיינען‪.‬‬‫צו אדווערטייזען אין קוק ווינקל‬ ‫רופט אריין אין אפיס אויף‪:‬‬ ‫‪Mail@Kvinkel.com 718-713-8225‬‬ ‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫א מאסיווע פייער האט די וואך זונטאג ל"ג‬ ‫בעומר‪ ,‬אויסגעבראכן אין די היסטארישע 'בית‬ ‫המדרש הגדול' אין די איסט סייד מאנהעטאן‪,‬‬ ‫פארניכטענדיג די געביידע‪ ,‬ליינט איבער איר רייכע‬ ‫היסטאריע‪ ,‬אינעם ביהמ"ד ווינקל אויף זייט ‪.9‬‬‫‪718-713-8225‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫‪5‬‬‫סדר המעמד‬ ‫יושב ראש‬‫הרב יואל‬‫(ב״ר פ״ד)‬‫שווארץ‬‫שליט״א‬‫נועם הכבוד‬‫הרה״ג חיים אהרן פרידמאן‬‫שליט״א‬‫מנהל ישיבת קאשוי ורב דקהל אמרי אברהם‬‫דבר הכולל‬‫הגה״צ אב״ד ור״מ קראסנא‬‫שליט״א‬‫דברי ברכה‬‫מרן האדמו״ר מסאסרעגן‬‫שליט״א‬‫יו״ר וועד הרבנים דכוללינו‬‫המתעטרים‬ ‫פרס רבי מאיר‬‫הרה״ג נפתלי הירצקא קליין‬‫שליט״א‬‫מנהל התאחדות אברכים דסאטמאר‬‫פרס אהבת ציון‬‫מו״ה יצחק שווימער‬‫הי״ו‬‫נזר גבאי קודש‬‫מו״ה בצלאל יפה שלעזינגער‬‫הי״ו‬‫נכד הגאון אברהם יפה שלעזינגער שליט״א‪ ,‬נשיא כוללינו באירפא‬‫נזר גבאי קודש‬‫מו״ה חיים יוסף ראזען‬‫הי״ו‬‫מו״ה אלעזר יואל אויש‬‫הי״ו‬‫נזר גבאי קודש‬‫כולל זיבנבערגן‬ ‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫אלקא דמאיר עננו‬‫‪6‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫טעכנאלאגיע‬ ‫ערמעגליכט דורך טעג בארא פארק‬‫אדרבה פרעגט‪:‬‬ ‫אומזיסטע פילטערס אדער באצאלטע‬ ‫לכבוד די הנהלה פון טע"ג‬ ‫קודם וויל איך נעמען די געלעגענהייט אייך צו באדאנקן‬ ‫פאר אייערע סערוויסעס וואס איר שטעלט צו פארן ציבור‪,‬‬ ‫איך האב זיך שויך עטליכע מאל באנוצט מיט טע"ג און עס‬ ‫איז באמת א קידוש השם צו זעהן וואס טוט זיך אפ אין‬ ‫אייער לאקאציע‪.‬‬ ‫איין הערה אויב איך מעג פרעגן‪ ,‬בערך פאר ‪ 3‬יאר צוריק‬ ‫האט טע"ג אינסטאלירט אויף מיין קאמפיוטער דעם ‪K9‬‬ ‫פילטער אין עס איז געווען גוט (איך בין נישט דער גרעסטע‬ ‫מומחה אין איבערקלוגן פילטערס)‪ ,‬לעצטענס בין איך‬ ‫געווען ביי טע"ג און דער טעקנישאן האט מיר צוגערעדט‬ ‫צו נעמען אן אנדער פילטער וואס קאסט געלט‪ .‬אפשר‬ ‫וואלט איר געקענט ערקלערן וואס איז שלעכט מיט דעם‬ ‫‪ K9‬פילטער‪ ,‬עס איז באקאנט אז עס איז צוגעשטעלט‬ ‫דורך די רעגירונג בחנם‪ ,‬איך פארשטיי אז די טייערערע‬ ‫פילטערס האבן מסתמא מער מעלות אין פיטשער"ס אבער‬ ‫איך קלער אז מער מענטשען וואלטן דאס געלייגט ווי‬ ‫איידער צו צאלן אזויפיל געלט ווען עס פעלט נישט אויס‪.‬‬ ‫יישר כח פארן ענטפערן‬ ‫* * *‬ ‫(נאך א בריוו ערהאלטן מיט א ענליכע אינהאלט)‬ ‫א גרויסע יש"כ פאר די לעצטערע שו"ת סעסיע ווי עס‬ ‫ווערט אזוי שיין און קלאר בייהאנדעלט טעכנעלאגיא‬ ‫שאלות וואס מאכט זיך ביים עולם דערביי וויל איך‬ ‫אויסנוצען טאקע די געלעגענהייט און פרעגן אפשר איז‬ ‫עס אן עמעראצישע שאלה אבער דאך גלייב איך אז נאך‬ ‫מענטשען באדערט עס אויך‪.‬‬ ‫איך בין גראדע פון די לאנג יעריגע קאסטומערס פון‬ ‫'טעג' און אמאל פלעגט טעג ארויפלייגען פילטערס וואס‬ ‫פלעגן זיין בחנם און האבען גאנץ פיין געארבייט אבער‬ ‫לעצטענס קאסטען די אלע פילטערס געלט קענט איר‬ ‫מיר אפשר מסביר זיין וואס פינקטליך איז די חילוק (חוץ‬ ‫אז עטס זאגט אז מען דארף שטיצן היימישע קאמפאניס‬ ‫‪ ..‬וואס איז גאנץ א פיינע תירוץ אבער דאס לאז פאר מיר‬ ‫מחליט צי זיין וועם צו שטיצען)‬ ‫איך וועל אייך זייער דאנקבאר זיין אויב איר קענט מיר‬ ‫דאס אויפקלערן ווייל איך מיין אז אסאך מענטשן וואלטן‬ ‫מער געלייגט פילטערס ווען עס וואלט געווען בחנם‪.‬‬ ‫ייש"כ ‪ -‬י‪.‬מ‪ .‬פרנס‬ ‫ענטפער‪:‬‬ ‫צום ערשט איז כדאי צו וויסן אז דאס וואס איר האט‬ ‫דערמאנט אז ‪ K9‬איז א פראדוקט וואס די רעגירונג‬ ‫שטעלט צו בחנם איז א טעות וואס מיר הערן כסדר פון‬ ‫מענטשען‪ K9 .‬איז א פראדוקט וואס איז צוגעשטעלט‬ ‫געווארן דורך א מאלטי‪-‬מיליאן דאלער פירמע‪ .‬פארוואס‬‫)‪718.CALL.TAG (225.5824‬‬ ‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫‪718-713-8225‬‬‫די פירמע האט דאס צוגעשטעלט איז זייער א פשוטע‪,‬‬ ‫די פירמע'ס עיקר פראדוקט פון ווי זיי מאכן געלט הייסט‬ ‫‪ ,Blue Coat‬דאס איז א גאר טייערע פראדוקט וואס ווערט‬ ‫באנוצט דורך גרעסערע קאמפאניס מיט הונדערטער‬ ‫קאמפיוטער און איז געשטעלט אויף אלגעמיינע סייבער‬ ‫סעקיוריטי פון זייערע סיסטעמס‪ ,‬און דרך אגב טוט דאס‬ ‫פילטעריג אויך‪ .‬כדי די קאמפעני זאל האבן שנעלע און‬ ‫אקוראטע אינפארמאציע און די ריכטיגע אפשאצונג‬ ‫אויף מיליאנען וועב זייטלעך זענען זיי געקומען אויף אן‬ ‫המצאה צוצושטעלן א פראדוקט פאר'ן אלגעמיינעם‬ ‫באנוצער פריי פון אפצאל און דורך דעם וואס מיליאנען‬ ‫מענטשען וועלן קאמענטירן און געבן ‪ feedback‬וועלן זיי‬ ‫זאמלען אקוראטע אינפארמאציע און בעסער מאכן זייער‬ ‫ענטערפרייס פראדוקט‪.‬‬ ‫פארשטייענדיג דאס איז שוין א האלבע תירוץ אויף‬ ‫די קשיא‪ .‬די פירמע קימערט זיך בכלל נישט מיט די‬ ‫באנוצער פון דעם פרייען פראדוקט‪ ,‬און זענען בכלל‬ ‫נישט אויסגעקאכט אין די וועלט פון פילטעריג און אירע‬ ‫פראבלעמען‪ .‬און אוודאי אינטערעסירט זיי נישט ווי לייכט‬ ‫עס איז איבערצוקלוגען‪ ,‬אויסשאלטערן אדער גענצליך‬ ‫פטור ווערט פונעם פילטער‪.‬‬ ‫לענינינו‪ ,‬טע"ג האט גאר גוטע באציאונגען מיט די‬ ‫פירמע און האט אין די פארגאנגענהייט אינסטאלירט‬ ‫אלוועלטליך קרוב צו הונדערט טויזענט (!) פון דעם (מיר‬ ‫פלעגן באקומען כסדר עטליכע טויזענט לייסענסעס אויף‬ ‫אמאהל)‪ ,‬און בשעתו איז דאס געווען דאס בעסטע וואס‬ ‫איז געווען אויפן מארקעט‪ ,‬מיט פארשידענע גאר גוטע‬ ‫מעלות‪ .‬און דאס זעלבע איז געווען מיט נאך עטליכע‬ ‫פילטערס אויף סמארטפאונס (‪ K9‬האט מען נאר גענוצט‬ ‫אויף קאמפיוטערס‪ ,‬אויף סמארטפאנס האט טע"ג‬ ‫קיינמאל דאס נישט געלייגט) אבער עטליכע נקודות האבן‬ ‫באוואויגן צו טוישן צו די באצאלטע פירמעס‪.‬‬ ‫‪ .1‬היות די פירמעס נעמען נישט קיין געלט פארן‬ ‫פראדוקט‪ ,‬טראגן זיי נישט קיין שום אחריות אויף דעם‪,‬‬ ‫און אין פאל א באנוצער האט א פראבלעם איז פשוט נישט‬ ‫דא צו וועמען צו רעדן‪ .‬און דער כלל איז אז יעדן פראבלעם‬ ‫וואס א באנוצער האט וואס קען נישט באהאנדלט ווערן ווי‬ ‫עס דארף צו זיין‪ ,‬איז איין טריט נענטער אז די פילטער זאל‬ ‫אראפקומען‪.‬‬ ‫‪ .2‬די ‪ K9‬פילטער האט די פירמע שוין נישט אפדעטעד‬ ‫בערך דריי יאר‪ ,‬פארווער עס איז אביסל באהאווענט אין‬ ‫די שנעלע גאלאפ ווי אזוי טעכנאלאגיע לויפט פארשטייט‬ ‫אז סאפטווע"ר ‪ 3‬יאר אלט איז אזוי ווי א ַקאר ‪ 30‬יאר אלט‪.‬‬ ‫במשך די לעצטע ‪ 3‬יאר זענען ערשינען אזעלעכע גרויסע‬ ‫אפדעיטס א שטייגער ווי ‪ Windows 10‬וואס איז א‬ ‫גענצליך נייע יצירה און די פירמע האט בכלל נישט געזעהן‬ ‫פאר וויכטיג זיך צוצושטעלן צו דעם‪ .‬יעדן טאג וואס גייט‬ ‫פארביי ווערן די לעכער אין דעם פילטער אלץ גרעסער‬ ‫און גרעסער‪ ,‬אהן דעם וואס איינער זאל זיך אפגעבן זיי‬ ‫צו פאריכטן‪ .‬עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ווען‬ ‫די פירמע האט אנגעהויבן מיט דעם פראדוקט איז די ‪K9‬‬ ‫אפטיילונג באשטאנען פון אזויפוהל ווי ‪ 30‬ארבייטער‪,‬‬ ‫היינט צוטאגס פארנעמט עס בלויז ‪ 2‬טעקנישאנס‪.‬‬ ‫‪ .3‬עס זענען ערשינען אין די לעצטערע יארן עטליכע‬‫‪5316 New Utrecht Ave‬‬‫‪TAG OF BORO PARK‬‬‫‪718-713-8225‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫גאר גוטע פילטערס אויפן מארקעט‪ ,‬וואס נישט נאר‬ ‫זענען זיי גאר שטארק און שווער אראפצונעמען ווי אויך‬ ‫אסאך מער סאפיסטיקירט אין פראקטיש‪ ,‬נאר עס‬ ‫זענען געבויעט דורך אידישע פירמעס און אדרעסירן‬ ‫די באדערפעניש פונעם אידישען באנוצער‪ ,‬א שטייגער‬ ‫ווי פארדעקן אומריינע בילדער אויף זייטלעך וואס דער‬ ‫באנוצער לאזט אפען‪ ,‬וואס א גויאיש'ע פירמע פארשטייט‬ ‫בכלל נישט דער צורך פון דעם‪ .‬שוין אפגערעדט די נפק"מ‬ ‫פון קאטאגאריזירן וועב זייטלעך מיט א אידישע אדער‬ ‫נישט אידישע פארשטאנד‪.‬‬ ‫די אלע סיבות האבן באוואויגען טע"ג צו מאכן דעם טויש‬ ‫און אריבערגיין צו די בעסערע פילטער קאמפעניס‪ .‬עס‬ ‫זענען דא אזעלכע וואס מיר האבן אינגאנצן אויפגעהערט‬ ‫צו נוצען און אזעלכע וואס מיר פראבירן אפצורעדן דערפון‪.‬‬ ‫יא‪ ,‬עס קאסט טאקע אביסל געלט‪ ,‬אבער די קשיא איז‬ ‫נישט פארוואס א פילטער קאסט געלט די קשיא איז‬ ‫פארוואס זאל עס נישט קאסטן‪ ,‬וועלכע פראפעסיאנאלע‬ ‫פראדוקט וואס א פירמע האלט אויף א שטאב פאר‬ ‫דעוועלאפמענ"ט און טעק‪-‬סאפארט קענט איר וואס איז‬ ‫בחנם? איי עס זענען דא אומזיסטע פילטערס‪ ,‬איז דאך‬ ‫דער מאמר העולם באוואוסט‪" ,‬בחנם באקומט מען‪ "...‬און‬ ‫די לומדים ווייסן אויך צו זאגן וואס די ספה"ק זאגן אויף‬ ‫אידישקייט וואס איז בחנם‪.‬‬ ‫רעדנדיג פון באצאלן פאר א פילטער איז אפשר דא דער‬ ‫פלאץ דאס אויסצושמועסן‪ .‬עס איז א ווייטאג צו זעהן‬ ‫אמאהל ווען א יוגערמאן קומט אריין מיט א טעלעפאון‬ ‫וואס ער האט באצאלט דערפאר נישט ווייניגער פון אפאר‬ ‫הונדערט טאלער‪ ,‬פאר'ן פלע"ן באצאלט ער חודש'לעך נאך‬ ‫א שיינעם סכום (ער "מיז" דאך האבן אנלימיטעד דעטא‪)...‬‬ ‫אבער ווען ער הערט אז פאר א גוט'ן פילטער דארף מען‬ ‫באצאלן א נישטיגע ‪ 5-10‬דאלער א חודש‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫ווייניגער פון דאס וואס ער ספענט פאר איין לאנטש‪ ...‬ווער‬ ‫ער אינגאנצן צודרייט און שטעלט א רייע מיט ארגומענטן‬ ‫און ברענגט צו שלעפן א גאנץ פעקל ידיעות פון אלע‬ ‫אזוי‪-‬גערופענע מבינים אז די אומזינסטע פילטערס זענען‬ ‫פונקט אזוי גוט‪( .‬אויך מיר א פרנסה‪ ..‬וואס ער איז זיך‬ ‫צוליב איר מורה היתר איינצוהאנדלען אזא מסוכנ'דיגע כלי‪,‬‬ ‫אבער זי לאזט אים נישט איבער מיט א קארגן הונדערטער‬ ‫א יאר פאר א גוטן פילטער‪ - )...‬מיר פסק'נן דא נישט קיין‬ ‫שאלות אבער מיר גלייבן אז אזא יונגערמאן זאל ליבערשט‬ ‫זיך איינהאנדלען א כשר'ע ד' מינים סעט פאר א פופציגער‬ ‫אנשטאט אן אתרוג פאר א פאר הונדערט דאלער און מיט‬ ‫דעם געלט נעמען א מער פארזיכערטן פילטער‪ .‬מיר האפן‬ ‫אז קיינער זאל דאס נישט נעמען פערזענליך‪.‬‬ ‫וויכטיג איז אויסצושמועסן ווען מ'רעדט פון באצאלן‬ ‫פארן פילטער‪ ,‬אז קיין איין דאלער דערפון גייט נישט פאר‬ ‫טע"ג‪ ,‬נאר דאס ווערט באצאלט דירעקט פאר די פירמעס‪,‬‬ ‫ביי וועמען טע"ג האט פארהאנדלט אראפצוקלאפן די‬ ‫פרייזן ווי נידריגער‪ .‬אסאך פרעגן טאקע כסדר פארוואס‬ ‫טע"ג נעמט טאקע נישט קיין געלט פאר די סערוויסעס‬ ‫אדער כאטש פראצענטן פון די פירמעס פאר וועמען זיי‬ ‫ברענגען אזויפיל קאסטאמערס‪ ,‬אבער מיר וועלן דאס‬ ‫איבערלאזן אויף אן אנדער געלעגנהייט‪ ,‬ועוד חזון‪.‬‬‫שאלות און הערות קען מען שיקן צו‪:‬‬ ‫‪ editor@tagboropark.org‬אדער א פעקס צו ‪718.506.9669‬‬ ‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫‪7‬‬‫פילע געגנטער אין מאנטרעאל פארפלייצט‬ ‫מיט וואסער‪ ,‬ווערנדיג דערקלערט "סטעיט אוו‬ ‫עמערדזשענסי‪".‬‬ ‫ווי שוין באריכטעט האבן אסאך צעלאזטע שניי‪,‬‬ ‫און נאכאנאנדע רעגן‪ ,‬איבערגעפולטע וואסערן און‬ ‫ווארעמע וועטערס‪ ,‬פאראורזאכט אז אזויפיל ווי ‪150‬‬ ‫מוניציפאליטעטן‪ ,‬און קליינע געגנטער אין שטאט‬ ‫מאנטרעאל זאלן ווערן פארפלייצט‪ ,‬גאסן זעען אויס ווי‬ ‫וואסער ברעגעס‪ ,‬און שפיל הויפן זענען איבערגעדעקט‪,‬‬ ‫מענטשן האבן נישט קיין דאך איבערן קאפ‪ ,‬און צענדליגע‬ ‫אויטאס וועלן מער קיינמאל נישט פארן‪ ,‬זיך ווייקנדיג פאר‬ ‫לאנגע שטונדן אונטער וואסער‪.‬‬ ‫מאנטרעאל ספראוועט זיך מיט איינס פון די גרעסטע‬ ‫נאטורליכע קריזיסן אין איר היסטאריע‪ ,‬און דער מעיאר‬ ‫דעניעל קודעיר האט דערקלערט מאנטרעאל אלס א‬ ‫"סטעיט אוו עמערדזשענסי"‪ ,‬וואס דאס גיבט פאר די‬ ‫שטאט די רעכטן אריינצוברענגען איר מיליטער‪ ,‬און‬ ‫עוואקואירן מענטשן פון זייערע היימען‪.‬‬ ‫די מיליטער‪ ,‬אינאיינעם מיט טויזענטער וואולענטירן‬ ‫פון קאנאדע'ס רויטע קרייץ‪ ,‬און אנדערע ארגענעזאציעס‬ ‫און גרופעס אריינגערעכנט היימישע אידן פון מאנטרעאל‪,‬‬ ‫דרייען זיך ארום און פרובירן העלפן די געשטראנדעטע‬ ‫פאמיליעס‪ ,‬מען האט אויפגעשטעלט ריזיגע הילף‬ ‫שעלטערס מיט עסן‪ ,‬טרונקען‪ ,‬און אנדערע וויכטיגע‬ ‫געברויכן‪.‬‬ ‫די מיליטער דרייט זיך ארום‪ ,‬און העלפט ארומלייגן‬ ‫זעק פון זאמד ביי הייזער‪ ,‬און טוען בויען פראוויזארישע‬ ‫דאמבעס צו אפהאלטן די וואסער פון אריינגיין אין הייזער‪,‬‬ ‫ווי מען קען נאך ראטעווען‪.‬‬ ‫די קריזיס איז עפעס וואס קאנאדע האט נאכנישט‬ ‫מיטגעמאכט בעפאר‪ ,‬און האט אסאך שאדן געמאכט‪.‬‬ ‫בס”„‬‫‪8‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫‪718-713-8225‬‬‫ל"ג בעומר בחצר הקודש סאטמאר‪.‬‬‫א קליינע פליגער וועלכע האט זיך געגרייט צו לאנדן‬ ‫אין די טיטערבארא לופטפעלד אין ניו דשזערסי‪,‬‬ ‫האט פארלוירן קאנטראל און אריין געקראכט אין‬ ‫דערנעבענדיגע בילדינגס וועלכע זענען געווארן‬ ‫פארכאפט אין פלאמען‪.‬‬‫טויזענטע באטייליגען זיך ביים עלעגאנטן דינער‬ ‫לטובת מוסד 'בוני עולם'‪.‬‬‫באבוב ביזנעס עקספא‪ ,‬צוגעשטעלט דורך עמודי‬ ‫ציון ד'באבוב ‪ -‬עזר לפרנסה‪.‬‬‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫‪718-713-8225‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫בית המדרש‬‫היסטארישע בתי מדרשים אין היימישן ניו יארק‬‫בית המדרש הגדול אין די איסט סייד‬‫חלק א'‬‫אינאיינעם מיט כלל ישראל באוויינט דער‬ ‫'קוק ווינקל' את השריפה אשר שרף השם‪,‬‬ ‫ווען עס איז דעם פארלאפענעם ל"ג בעומר‬ ‫ליידער אנטשטאנען א אומבאטעמטע‬ ‫הדלקה און עס האט כמעט גענצליך‬ ‫אפגעברענט דער היסטארישער בית המדרש‬ ‫הגדול אין די איסט סייד‪.‬‬ ‫יעצט‪ ,‬ווען אזא שטיק היסטאריע איז‬ ‫ליידער פארגאנגען‪ ,‬פרעזענטירן מיר אינעם‬ ‫'ביהמ"ד ווינקל' די רייכע היסטאריע פונעם‬ ‫בית המדרש הגדול‪.‬‬ ‫איבערבליק אויף די היסטאריע פונעם "בית‬ ‫המדרש הגדול" אין די אמאליגע אידישע‬ ‫לאוער איסט סייד פון מאנהעטן‬ ‫דאס בית המדרש הגדול איז די "גרויסע שול"‬ ‫פון דער לאוער איסט סייד‪ ,‬אויף נארפאלק סטריט‪,‬‬ ‫הארט נעבן די וויליאמסבורג בריק‪ .‬וויליאמסבורגער‬ ‫איינוואוינער זענען טאקע היבש באקאנט מיט דעם‬ ‫היסטארישן בנין‪ ,‬ווייל ס'געפינט זיך אויפ'ן וועג פון‬ ‫אפסטעיט ‪ -‬ווען מען פארט דורכ'ן "עף‪ .‬די‪ .‬אר‪".‬‬ ‫דרייוו‪ .‬מען פארט דארט דורך פאר'ן ארויפגיין אויף‬ ‫דילענסי סטריט צום בריק אריבער קיין וויליאמסבורג‪.‬‬ ‫ברם יזכר לטוב ידידינו עוז‪ ,‬ידען ויודע ספר‪ ,‬הרב‬ ‫יונה לאנדא שליט"א פון וויליאמס­בורג‪ ,‬וועלכער האט‬ ‫אין לויף פון די יארן געפיטערט כלל ישראל מיט א‬ ‫סאך ווערטפולע אינפארמאציע איבער די היסטאריע‬‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫‪9‬‬‫פון די ערשטע הייפעלע אידן אין ניו יארק‪ ,‬וועלכע‬ ‫האבן דאן געוואוינט אין די לאוער איסט סייד פון‬ ‫מאנהעטן‪ ,‬און האבן געגרינדעט דאס בית המדרש‬ ‫הגדול‪ .‬דאס ביהמ"ד הגדול איז דאס מערסטע‬ ‫באקאנט מיט דעם פאקט אז עס האט דארט געדינט‬ ‫אלס רב דער רב הכולל פון ניו יארק‪ ,‬הגאון הצדיק רבי‬ ‫יעקב יוסף זצ"ל‪.‬‬ ‫אין די ערשטע יארן אין ניו יארק האבן עקזיסטירט‬ ‫בלויז שוהלן פון די דייטשע אידן‪ ,‬צו וועלכע עס‬ ‫האבן זיך צוגעשלאסן די נייע אידישע אימיגראנטן‬ ‫פון אנדערע לענדער‪ .‬אן ענדערונג איז געקומען‬ ‫אין שנת תר"ח‪ .‬צוליב די פארמערטע פאליטישע‬ ‫איבערקערענישן אין די אייראפעאישע לענדער‪ ,‬איז‬ ‫אין יאר תר"ח און די פאלגנדע יארן‪ ,‬אנגעקומען קיין‬ ‫ניו יארק א גרעסערע צאל אידישע פליטים פון פוילן‬ ‫און רוסלאנד‪ .‬מיט'ן שאפן די קהלה "בית המדרש"‪,‬‬ ‫איז געגעבן געווארן די געלעגנהייט פאר די נייע‬ ‫אימיגראנטן זיך אפצוטיילן פון די עקזיסטירענדע‬ ‫קהלות און בויען אן אייגענע קהלה‪.‬‬ ‫די איניציאטיווע איז געקומען פון א מנין אידן פון‬ ‫רוסיש‪-‬פוילן‪ ,‬וועלכע האבן אין יאר תרי"ב עמיגרירט‬ ‫קיין ניו יארק‪ .‬זייענדיג עכט פרומע אידן‪ ,‬האבן זיי‬ ‫באשלאסן צו בויען זייער נייע היים אין אמעריקע אויף‬ ‫די יסודות פון אריגינעלע אידישקייט‪ ,‬און אנקומענדיג‬ ‫קיין ניו יארק האבן זיי זיך ארגאניזירט און געשאפן אן‬ ‫אייגענע קהלה וואס זאל זיך פירן גענוי ווי די פרומע‬ ‫אידישע קהילות אין אייראפע‪.‬‬ ‫צו די גרופע אידן פון רוסיש‪-‬פוילן האבן זיך‬ ‫אנגעשלאסן אויך עטליכע עכט פרומע אידן פון‬ ‫דייטשלאנד‪ .‬אינאיינעם האבן זיי געציילט ‪ 32‬אידן‪,‬‬ ‫וועלכע האבן שפעטער געשפילט א וויכטיגע ראלע‬ ‫אין די אנטוויקלונג פון אידישקייט אין ניו יארק‪.‬‬ ‫פארזעצונג וועט אי"ה נאכפאלגן קומענדיגער וואך‪.‬‬‫‪10‬‬‫כ"א אייר תשע"ז ▪ ‪May 17 2017‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫‪718-713-8225‬‬‫בעז"ה‬‫עורו נא התעוררו נא‬ ‫מתוך רגשי צער ויגון על השבר הגדול אשר קראתנו‪ ,‬בהילקח מאתנו‬ ‫מאורינו ומדריכנו מרן רבינו אברהם יוסף ב"ר דוד זצוק"ל‬ ‫ראש ישיבתינו הקדושה‬‫באנו בזה להודיע בשער בת רבים‪ ,‬אשר בעז"ה יתקיים‬‫עצרת התעוררות רבתי‬ ‫במלאות שלשים יום לפטירתו של‬ ‫מרן רבינו ראש ישיבתינו זצוק"ל‬ ‫ביום ה' בה"ב הבעל"ט‬ ‫בשעה ‪ 0088‬בערב‬‫באולם בית יעקב‬‫וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'‬ ‫הנהלת הישיבה‬‫‪https://telegram.me/Publications MM‬‬‫מיטוואך בהר בחקותי‬‫‪718-713-8225‬‬‫בית המדרש‬‫היסטארישע בתי מדרשים אין היימישן בארא פארק‬‫בית המדרש‬‫בית יצחק‬‫חלק ד'‬‫דאס בית מדרש פונקציאנירט רעגלמעסיג‬ ‫שבת און אינדערוואכן‪ ,‬מנינים כסדרן‪ .‬עס הערשט‬ ‫א געשמאקע אבער ערנסטע אטמאספערע‪ ,‬מען‬ ‫רעדט נישט ביים דאווענען‪ .‬דער רב שליט"א מיט‬ ‫זיין כח התורה און כח הדיבור איז א ציאונגס קראפט‬ ‫פאר הונדערטער אידן‪ .‬עס ווערט געפירט ווי א‬ ‫פארצייטישע רבנות‪ ,‬ואיש את רעהו יעזורו‪ .‬דער רב‬ ‫שליט"א לערנט פאר א "פרק שיעור" אין די זומער‬ ‫שבתים‪.‬‬ ‫דאס ביהמ"ד איז די זעלבע גענויע שוהל ווי‬ ‫ארגינעל‪ .‬דורך די יארן האט מען צוגעלייגט די‬ ‫טעראסע און די שטיגן אינדרויסן‪ .‬ווען דער רב‬ ‫שליט"א איז אריינגעקומען אין אמט האט מען‬ ‫רענאווירט די שוהל‪ .‬מען האט אריינגעברענגט‬ ‫שפאגל נייע טישן און בענק‪ .‬מען האט אראפגעלייגט‬ ‫א נייע פאדלאגע‪ ,‬מען האט אריינגעשטעלט‬ ‫מאדערענע סענטראל עיר קאנדישאן וועלכע מאכן‬ ‫נישט אזא גערודער ווי די פארצייטישע פרידריך עיר‬ ‫קאנדישאנס וועלכע האבן גערעדט העכער פונעם‬ ‫העכסטן רעדנער‪.‬‬ ‫מען האט אויך אויסגעדרייט דעם רב'ס עמוד צו‬ ‫זיצן קעגן דעם מזרח וואנט אנשטאט קעגן דעם עולם‪,‬‬ ‫טראץ דעם וואס די זקני המתפללים האבן געהאלטן‬ ‫אז ווען מען זיצט ווי פארצייטענס קעגן עולם קען מען‬ ‫בעסער אכטונג געבן מען זאל נישט שמועסן‪ ...‬דער‬ ‫‪https://telegram.me/Publications
Related Search
We Need Your Support
Thank you for visiting our website and your interest in our free products and services. We are nonprofit website to share and download documents. To the running of this website, we need your help to support us.

Thanks to everyone for your continued support.

No, Thanks